Yiddish at Berkeley

װאָס איז ייִדיש?

ייִדיש איז די דור-דורותדיקע שפּראַך פֿון ייִדן װאָס שטאַמען פֿון צענטראַל- און מזרח-אײראָפּע, אַ טערעטאָריע װאָס מיר רופֿן אַשכּנז. טויזנט יאָר איז אָט די שפּראַך געװען דאָס מיטל פֿון אַשכּנזישער קולטור און קאָמונאַלן לעבן. אין מאָדערנע צײַטן האָט ייִדיש זיך צעשפּרײט איבער דער װעלט אין אַלע באַװוינטע קאָנטינענטן, און ייִדיש בלײַבט „מאַמע-לשון“ בײַ הײַנטיקע טראַדיציאָנעלע ייִדישע גרופּעס איבער דער גאַנצער װעלט.

ייִדיש אין בערקלי?

כאָטש די צאָל ייִדיש רעדערס װערט װאָס אַ מאָל קלענער, בליט די ייִדישע שפּראַך בײַ אונדז. אחוץ דער בכּבֿודיקער  יערלעכער ייִדיש-קאָנפֿערענץ, מיר האָבן אַ רײ קורסן װאָס זײַנען שייך צום אַשכּנזישן לעבן און ייִדישער קולטור; כּלערלײ פּראָפֿעסאָרן װאָס שטיצן ייִדיש און די פֿאָרשונג פֿון ייִדיש; און אַ װאַקסנדיקע גרופּע אַספּיראַנטן און דאָקטאָראַנטן װאָס גרײטן זיך צו אַקאַדעמישע קאַריִערעס אין די טראַדיציאָנעלע שפּראַכן פֿון ייִדן. סטודענטן װאָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש אין דעם קאַליפֿאָרניִער אוניװערסיטעט אין בערקלי קענען שטודירן אין די פֿאַקולטעטן פֿון גערמאַניסטיק צי פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור צי געשיכטע אָדער אין דער פּראָגראַם פֿאַר ייִדישע לימודים.



צוריק צום הײם-בלעטל